סיפורי צדיקים א'
אידיש
מיידלעך און אינגלעך
אידיש
בנים ובנות
סיפורי צדיקים א'
מה בתוכנית?
אן אינהאלטסרייכע פראגראם פון סיפורי צדיקים אויסגעשטעלט לויטן סדר פון די יארצייטן זיך צו בארייכערן מיט מעשיות פון צדיקים און גוטע מידות
שלב א' – פאסיג פאר קינדער וועלכע הייבן אן צו ליינען. קורצע קלארע מעשיות, מיט נקודות.
דער פראגראם פון די דערציילונגען איז געאייגנט פאר קינדער אין עלטער פון א-ד, זיך צו איבן אין ליינען און אין די זעלבע צייט זיך בארייכערן מיט מעשיות פון צדיקים און גוטע מידות.
עס זענען פארהאן 3 שטאפלען. יעדע שטאפל איז צוטיילט אויף 12 חדשים. יעדע חודש האט ארום 8-11 מעשיות, פון די צדיקים וואס זייער יארצייט איז אין דעם חודש.
מען קען עס ניצן אלס א פראגראם פון לערנען, אלס אן אקטיוויטעט אדער פארמעסט צו ליינען און וויסן סיפורי צדיקים אדער אלס א חלק פון ליינען, אזוי ווי א שבת-מעשה אין צוגאב צו די סדרה בלעטער.
מען קען עס ניצן אויף וועלכע פארמאט מען וויל.
אלס א געשמאקע און אינטערעסאנטע וועג פאר די מיידלעך האבן מיר עס אויסגעשטעלט אויף דעם פאלגענדן אופן:
די מיידלעך באקומען אנפאנג יאר א בוך פון ליידיגע בלעטער, נאר מיט א ראם.
יעדע וואך באקומט מען א מעשה צום ליינען, וואס מען דארף ארויפקלעבן אין דעם בוך.
ביז סוף יאר האט יעדע מיידל אן אנגעפולטע בוך מיט א רייכע אויסוואל פון מעשיות פון צדיקים וואס מען קען ליינען און איבערליינען נאכאמאל און נאכאמאל.
צווישן די 8-11 מעשיות א חודש איז דא א מעגליכקייט צו אויסוועלן לויט וועלכן צדיק אדער לויט וועלכע מידה מען זעט פאר פאסיג.
די מעשיות זענען דורכגעקוקט און אלעס גענומען פון קראנטע מקורות.
אלס א זייטיגע פארדינסט באקומט די לערערין אן אינהאלטספולע שיעור אויף די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון דערציילן סיפורי צדיקים.
עס איז א הערליכע ווערק וואס עס לוינט איינצושטעקן דערין. די פידבק וואס מיר באקומען צוריק פון עלטערן און מחנכים איז פיל מער פון וויפיל מיר האבן געקלערט. פראבירט און איבערצייגט זיך אליין! די פידבק וואס מיר באקומען צוריק פון עלטערן און מחנכים איז פיל מער פון וויפיל מיר האבן געקלערט.
פראבירט און איבערצייגט זיך אליין!
מספר סיפורים
9-11 לכל חודש
משך הלמידה
12 חודשים
סוג החוברת
חוברת למידה