שנת שבתון
שנת שבתון
מה בחוברת?
אין די שיינע קאלירפולע שמיטה בוך איז ארומגענומען די גאנצע שמיטה נושא, אריינגערעכנט השקפה, הלכה, מעשיות וכו' עס זאל זיין פאסיג פארן יונגן עלטער. אזוי אויך איז צוזאמגענומען ארגינעלע בילדער פון פעלדער צוזאמען מיט א קלארע באקענונג אויף די ארבעט פון פעלד כדי די קינדער זאלן קענען קלאר פארשטיין די הלכות און באגריפן. עס איז געאייגנט פאר קלאסן וועלכע קענען שוין פליסיג ליינען אן נקודות אז זיי זאלן קענען אלעס פארשטיין און עס זאל זיך מיט א געשמאק איינקריצן אין די יונגע מוחות די וויכטיגקייט און ריכטיגקייט פון מצוות שמיטה.
מספר עמודים
51
משך הלמידה
במשך דעם יאר
סוג החוברת
לערן און ארבעט
מוצרים נלווים:
אנווייזונג בוך
אין דעם בוך איז מיט א קלארקייט ערקלערט וואס די קינדער דארפן באקומען ביי יעדן שיעור באזונדער, בארייכערט מיט השקפה און מעשיות נאך מער פון וויפיל זיי דארפן אריינפילן אין בוך, כדי מען זאל זיין קלאר אין אלע הלכות. אלע נושאים און הלכות איז אדורכגעקוקט און איבערגעגאנגען מיט הסכמה פון א רב.
בילדער-פאק
יעדע קלאס באקומט קלארע שיינע בילדער פון די הלכות אין א גרעסערן פארמאט כדי צו קענען קלארער ערקלערן אדער אויפהענגען אין קלאס אלס די שמיטה ווינקל.